האט ער ניט בעדארפט. א שטיקעל ברויט, א קארטאפעל איז פאר איהם געווען גענוג. נאר טרינקען, טרינקען, טרינקען. און זי האט איהם פערזארגט. ער איז ניט געווען קיין מינוט אהן א פלעשעל אין פאקעט. ער איז ניט געווען קיין מינוט אין טאג ניכטער. וואו זי פלעגט ארביי- טען פלעגט זי א מיטנעהמען דיא עלטערע קינדער, אונד טשארלי איז געבליעבען מיט דער פייפי אונד מיט איהם. טשארלי פלעגט איהם אלעס ארויפ- ברענגען אונד אלעס טהון פאר איהם. עס איז שוין א יאהר זיעבען זייט "מייק" איז גע- ווען ניכטער. קיינער וואלט ניט דערקענט אין דעם אלטען, גרויען, איממער שכור'ן, "מייק" דעם אידי- שען שניידער משה לייבעלעם, וועלכער איז אין גאנצען אלט א יאהר פערציג. אונד צום ערשטען מאל זייט דיא לעצטע זיעבען יאהר האט "מייק" א טראכט געטהאן פון זיין פערגאנגענהייט, אונד האט זיך געפרעגט דיא פראגע: ווארום איז ער ניט פערבליבען א איד צווישען אידען? ער איז יעצט געווען אין גאנצען אויסגעניכטערט אונד האט מיט א מאל דערזעהען דיא טיעפקייט אונד דעם שרעקליכען שמוץ פון דעם זומפף אין וועלכען ער האט זיך אליין אריינגעווארפען. ער האט מיט א מאל דערזעהען דעם טיעפען אונענדליכען אפגרונד אין וועלכען ער האט אראפגעשטויסען זיין טשארלין, זיין טשארלין וואס וואלט יעצט גע- קענט שטעהן אויף א בענקיל, צוזאמען מיט יענע גליקליכע קינדער, דארט איבערן וועג... ער האט א קוס געטהאן אויף טשארלין. "לוק ! לוק!" האט איהם טשארלי געטהאן א טארע, לוק אלל דעם ליטטל וואנס אר דענד סינג. ביי באקשיצקי דעם רעגס דילער אין הויז האבען אלע קינדער יעצט געטאנצט אין א ראד ארום מיש אונד אלע עלטערן, דיא מענער אונד דיא פרויען, האבען געפאטשט מיט דיא הענד אונד געזונגען מיט גרויס שמחה. "מייק" האט ארויסגעשטעקט דעם איבערשטען האלבען קערפער אין דרויסען. גאנץ אונבעמערקט האט ער זיך געצויגען אלע מאל ווייטער אין דרוי- סען ארויס. פלוצלינג האט ער געגעבען א שטויס אוועק טשארלין אונד זיך אריבערגעווארפען דורך פענסטער אין גאס. ווען טשארלי איז ארויס מיט געשרייען אין דרוי- סען, איז שוין זיין טאטע געלעגען א טויטער מיט א שארפען צובראכען אויף שטיקלעך.
פרוי. ער האט איבערגעלאזט דאס ווייב מיט דיא קינדער אונד איז אוועק וואהנען מיט דער איירי־ שער. דאס איז געווען אין גאנצען עטליכע מא־ נאט נאכדעם וואס ער האט אריבערגעבראכט דיא פרוי מיט דיא קינדער. דיא פרוי האט איהם אויפגענומען. ער האט גע־ האט צרות. ענדליך האט זי איז איהם גע־ גט. ער האט איהר געצוואונגען זי זאל איהם איבערלאזען טשארלין, חאצקעלען, זיין טהייערען חאצקעלען, זיין קדיש. — גאט! וואס האט ער געמאכט פון דעם קינד? אונד וואס איז געווארען פון יענע קינדער? ער ווייס ניט. ער האט עס ביז יעצט גאר ניט געוואלט וויסען. דיא פרוי מיט יענע קינדער זיינען אוועקגעפאהרען אהיים. ער האט אריינגעמופט אין איירישען קווארטאל אונד געלעבט א גליקליכער מיט זיין שיקסע. אבער וויא לאנג? זיין נייע פרוי האט אנגעהויבען ברענגען אין שטוב אריין פרעמדע מענער, איירישע מייסטענס. זיי האבען איהם גערופען שיני, אונד זי האט גע־ לאכט. עס האבען זיך אנגעהויבען קריעג, געשלעגען. ער האט איהר אבער ליעב געהאט אונד ניט גע־ קענט איהר אוועקווארפען. ער האט געליטען שרעקליכע יסורים אונד געזוכט טרייסט אין גלעד זעל. ער איז געווארען א שכור. קינדער זיינען צוגעקומען אונד ער האט אנגעהויבען אלע מאל וועניגער פערדיענען, אונד וואס ער האט פער־ דיענט האבען זיי ביידע פערשכור'ט. ער איז אי־ בערגעשטיגען אין שכור'ן ניט נור זיין פרוי, זאנ־ דערן אויך אלע איירישע, וואס פלעגען קומען צו איהם אין הויז אריין. דיא איירישע האבען איהם אויפגעהערט רופען שיני. ער איז געווארען איינער פון זייערע. זיי האבען איהם גערופען מייקע, "מוד פאי", אונד ער איז געווען צופריעדען וואס זייא קומען אונד ברענגען וואס צו טרינקען. עס זיינען אזוי אוועקגעגאנגען עטליכע יאהר. "מייק" האט פערלארען יעדע פעהיגקייט אונד יע־ דען וויללען צו ארבייטען, אבער זיין פרוי האט עס ניט געארט. וואס מעהר שיכורער ער איז געווא־ רען, וואס עהנליכער ער איז געווארען אויף איין איירישען פאם, האט זי אלץ מעהר אנגעהויבען פון איהם צו האלטען. ווען זי איז געווארען העס־ ליך מיט א רויטער נאז, מיט פרישטשעס איבערן גאנצען געזיכט, אונד מענער האבען אויפגעהערט צו קומען צו איהר, פלעגט זי געהן וואשען וועש, פלארס, אונד איהם געבען צו טרינקען. עססען


