דר. הערצלים רעדע
דיא פראקלאמאציאן פון ציון'ס פיהרער ווענען דער בעווענונג אונד דיא אידישע לאנע אין דעם פערגאנגענעם יאהר
נאר פון דיא אידען געלעזען ווערען. דאס איז אונזער מיינונג. אין אונזער קריטיק איבער דיא פריהערע פערזוכען מוזען מיר זיך היטען פון שטאלץ זיין. אין דער מאהט שטעהען מיר צו דיא פריהערע ציוניסטען נאר אלס אזעלכע וואס בריינגען נייע פערבעסערונגען צו אן אלטער מאשין, אבער דארט איז איבער אן ארט אין מוזעאום. אויס עהרע פיר דיא פיאנירען אין אונזער בעוועגונג, וועלכע זיינען בלויז הענט געווען צו אונז אין דער אידעע וואלטען מיר אונזער געגענשטעלונג צו זיי ניט אזוי שארף אויסדריקען, ווען לייט וואלטען ניט געבראכט א ראיה געגען אונז, דערפון וואס יענע פערזוכע האבען ניט גענוג פרוכט געבראכט. מיר זאגען: דיא צדקה קאלאניזאציאן האט ניט געלונגען, דיא נאציאנאלע קאלאניזאציאן וועט געלונגען.ווען מען פרעגט אונז וואס מיר וועלען מאכען מיט דיא וואס מיר וועלען בעזעצען אין פאלעסטינא, דא זיינען מיר ניט אין פערלעגענהייט. מיר וועלען זיי מאכען צו ווירקליכע לאנדסלייט, צו בויערן וואס זיצען אויף זייער באדען. זיי זאלען אויף דעם לאנד זייער באדען, ניט אויסקוקען אלס קראפטלאזע הענדלער אויף דעם פרייז פון דעם מארקעט. אויף דעם מארקעט זאלען זיי נור בריינגען צו פערקויפען דיא וואס זיי זעלבסט ניט אין באדארף האבען, נור וואס זיי איבער זייער אייגענעם באדארף האבען. יעדע קאלאניע זאל זיך זעלבסט פערוואלטען, לויט דיא פרינציפיען וואס ערפארונג און וויסענשאפט לערנען אונז שוין יעצט, אלס לאנדווירטשאפטליכע פראדוקטיוויטעט. אויף דיעזע פרינציפען וועלכע מיר מוזען אנפאנגען, ווען מיר וועלען ערלאנגען, מיט גאטעם הילפע, דיא עפענטליך-רעכטליכע זיכערהייטען פאר אונזער פראגראם. אויף דעם אופן וועט געלעגט ווערען דער פונדאמענט פיר א לאנג-דויערנד רוהע, א רוהע נאך וועלכער עס בענקט זיך אזוי הערצליך דאס אידישע פאלק, וואס איז אזוי פערגעהעצט און פערפאלגט געווארען.געהרטע קאנגרעס-מיטגלידער! מיר פערזאמלען אונז היער צום פיערטען מאל אין באזעל — וואו אונזער בעוועגונג ווערט אנגעזעהן זעהר פריינדליך ביי דיא איינוואהנער, און מיר דאנקען הערצליך דאפיר. מען מוז אויך זאגען אז דיא גאסט-פריינדשאפט פיר א בעוועגונג, וועלכע וויל לינדערן דיא נויטה פון מענשען, וועט נאך מעהר פערמעהרען דיא אלטע בעריהמטקייט פון דער שטאדט.אנדערע זאכען וואס זיינען אונז שווער געווען, זיינען שוין האלב פארגאנגען, און אנדערע זאכען זיינען האלב עררייכט געווארען. איין זאך אבער לאזען מיר צו אללער ערשט בעגריסען, אז מיר געפינען זיך וויעדער צוזאמען אין פרייהייט, און אז דיא יאהרען האבען ניט אבגעקיהלט אונזערע בעגייסטערונג פיר א שעהנעם ציעל. .. דער טויט האט מאנכע זאכען מיטגענומען. אלטקייט, קראנקהייט אדער פראפעסיאנעלע פפליכטען האבען געשטערט מעהרערע צו קומען אהער, אבער אויך זיי זיינען אין גייסט אנוועזענד. דיא וואס וואהנען אין אנדערע טהיילען פון דער וועלט האבען צו דער צייט אין יאהר ניט לייכט געקענט רייזען, אבער אויך אזעלכע זיינען געקומען און נייע מיטארבייטער זיינען אונז צוגעוואקסען, איבער וועלכע מיר פרעהען זיך. איך בין ניט אזוי פערבלענדעט וויא א פארטיי-מאן, אז דיא צוצוגעקומענע העלפער פון אנדערע רעליגיאנען און נאציאנען געהערען צו דיא בעסטע און עדעלסטע. מיר האבען א מאראלישע פפליכט איינפאך צו ערפיללען. דיא שוואכע האבען א רעכט צו פארדערן הילפע פון דיא שטארקערע. אין וועלכען פארם מיר פערשטעהען דיא הילפע, דאס האבען אונזערע פריהערדיגע קאנגרעסע ערקלעהרט און אויך דער קאנגרעס וועט האפענטליך פערברייטען אויפקלעהרונג איבער דיא גערעכטיגקייט פון אונזערע ווינשע און דיא לאיאליטעט פון אונזערע האנדלונג. דיא אידענפראגע קען


