זאת תורת הציוניזם
ארגאניזאציאנס־סטאטוטן
III.
קאָנגרעס.
§ 8. דער ציוניסטען קאנגרעס פערזאמעלט זיך יעדען צווייטען יאהר. דעם פלאטץ זאלל דיא גרויסע א. ק. בעשטימען. דיעזע קאמיטע קען אויך בעשטימען איינצובערופען דעם קאנגרעסס פריהער.
§ 9. דיא אויפגאבען פון קאָנגרעס זיינען :
(א) ענטגעגען צו נעהמען דיא פערשיעדענע רעכ־נונגען און בעריכטען פון דער א. ק.(ב) אויסצוארבייטען דיא ציוניסטישע פראגראם.(ג) פעסטצושטעלען דעם פראגראם פון נעכסטען קאנגרעסס.(ד) צו וועהלען דיא א. ק. און אנדערע נעטהיגע קאמיטעען פאר דער נעכסטער פערוואלטונגספע־ריאדע.(ה) פארצונעהמען און בעראטהען זיך וועגען פע־טיציאנען און פארשלעגע.
§ 10. דיא פערהאנדלונגען פון קאָנגרעסס ווע־רען געפיהרט נאָך דער געשעפטסאָרדונג וואס ער אלליין נעהמט אָהן.
§ 11. אין דיא פערהאנדלונגען פון קאנגרעסס קענען זיך נור בעטהייליגען דיא דעלעגאטען וואס ווערן ערוועהלט פון דיא וואס צאהלען שקלים.
§ 12. יעדער שקל צאהלער איבער 18 יאהר אלט האט דיא אקטיווע וואהלרעכט און איבער 24 יאהר דיא פאסיווע וואהלרעכט. דיא וואהלען מוזען זיין מינדעסטענס פיער וואכען איידער דער קאנגרעסס ערעפענט זיך, און, ווען מעגליך, מוזען זיי אבגעהאלטען ווערן אין דער גאנצער וועלט אין דעמזעלבען טאג. ווען א דעלעגאט ווערט פער־הינדערט צו קומען, קען מען ביז דיא ערעפנונג פון קאנגרעס אן אנדערן ערוועהלען.
§ 13. דיא וואהלגרופען זאללען פון הונדערט בעשטעהן. דיא לאנד־ארגאניזאציאנען זאללען איינטהיילען דיא גרופען אוי אז עס זאלל ער־וועהלט ווערן דעלעגאטען נאך דיא צאהל פון שקל צאהלער. פעראיינען וואס האבען וועגיגער וויא
I.
איינלייטונג.
§ 1. דיא ציוניסטישע אָרגאניזאציאָנען בעשטע־הען פון דיאיעניגע אידען, וועלכע ערקלעהרען זיך איינשטימיג מיט'ן פראָגראם פון ציוניסטען קאָנ־גרעס און צאהלען דיא שקלים.
דער פראגראם פון ציוניסטען קאנגרעס לויטעט אווי :
דער ציוניזמוס שטרעבט צו שאפען פיר'ן אידי־שען פאָלק איין עפענטליך־רעכטליך געזיכערטען הייס־שטאאט אין פאלעסטינא.
§ 2. דער הויפט-ארגאן פון דער ציוניסטישער ארגאניזאציאן איז דער קאנגרעס, וואס ווערט גע־ בילדעט פון דעלעגאטען פון דיא פערשיעדענע וואהל-גרופען.
§ 3. דער עקזעקוטיוו אָרגאן פון קאָנגרעס איז דיא אקציאָנסקאָמיטע.
II.
אָרגאניזאציאָן.
§ 4. דיא ציוניסטישע אָרגאניזאציאָן צוטהיילט זיך אויף שקל צאהלער, פעראיינען, לאנדעס קאָמי־טעען אָדער פעדעריישאָנס, דער דעלעגירטען טאג פון דיא לאנדעס־אָרגאניזאציאָנען, דיא גרויסע אק־ציאָנס־קאָמיטע, דיא קליינע אקציאָנס־קאָמיטע, און דער קאָנגרעס.
§ 5. זא ווייט וויא דיא געזעצע פון לאנד ער־לויבען עס, זאללען דיא ציוניסטישע פעראיינען זיך צוזאמענשליעסען אין א לאנדעס־ארגאניזאציאן, וועלכע זאלל שטעהן אונטער דער אויפזיכט פון דעם מיטגלידער פון דער אקציאנס־קאמיטע, אדער פון אללע מיטגלידער פון אקציאנסקאמיטע וואס געפינען זיך אין יענעם לאנד.
§ 6. געגען דיא ענטשיידונג פון דער לאנד־ קאמיטע אין ארגאניזאציאנס־פראגען קען א פער־ איין אפעלירען אן דער קליינער אקציאנס־קא־ מיטע.
§ 7. דער פערקעהר פון דיא פעראיינען מיט דעם א. ק. קען נור נעהן דורך דער לאנדקאָמיטע.


