דער סולטאן און דר. הערצל
דער שופר של משיח לאָזט זיך הערן דורך צוויי קייבערס פון ענגלאנד וועגען דיא צוקונפט פון ישראל'ס היים אין דאס הייליגע לאנד.
דיא יק"א בליקט צום לבנון
דר. הערצל האט ערהאלטען איין איינלאדונג פון סולטאן ער זאלל קוממען צו זיין פאלאסט. אויף מארגען האט נאך א קייבעל ערצעהלט, אז דר. הערצל איז אין לאנדאן צו בעראטהען מיט דיא פיהרער, פון דער אידישער באנק, און דיא נאכ־ריכט פון סולטאן'ס איינלאדונג האט געבראכט א גרויסע שמחה צו אלע ציוניסטען, וועלכע זעהן דארין א זיעגען פאר דער אידעע צו בעזעטצען דיא אידען אין פאלעסטינא אונטער דיא השגחה פון סולטאן. אבענדס זיינען געקוממען אנדערע קיי־בעלס, און היער איז וואס דיא צווייטע ידיעות מעלדען:
„לאַנדאָן, — דיא פיהרער פון דער ציוניסטישער בעוועגונג ערווארטען וויכטיגע זאכען פון דעם ווי־ זיט אין קאָנסטאַנטינאָפּאָל, פון דר. טהעאָדאָר הערצל פון וויען, דער גרינדער פון דער ציוניסטי־ טישען קאָנגרעס. דר. הערצל איז געלאדען גע־ וואָרן צום סולטאן'ס פּאַלאַסט דורך א ספּעציעלע טעלעגראם פון סולטאן, און דער ציוניסטישער ליעדער אונטערהאַנדעלט יעצט מיט דעם הערר־ שער פון טירקיי וועגען קרינען צו איינע אין פּאַלעסטינא אונגעשטערט. איינע פון דר. הערצל'ס פֿאָרדע־ רונגען איז א טשאַרטער מיט א געוויסע פֿאָרדע־ רונג פון „האָם־רול“ פיר אידען אין ארץ ישראל.“ „א פֿאָרשטעהער פון דער אידישער קאָלאָניזיי־ שאַן אַסאָסיאיישאן (יק"א), וועלכע קאָנטראָלירט דיא גרויסע מיליאָנען וואס באַראָן דע הירש האט איבערגעלאזען איז אויך אין קאָנסטאַנטינאָפּאָל. דאס ווערט אָנגענומען אַלס צייכען אַז דיא מראַ־ סיסים פון באַראָן דע הירש פאָנד ווילען יעצט פערווענדען זייערע קרעפטען אויף פּאַלעסטינא.“ אָט דאס איז דיא צווייטע קייבעל פון לאַנדאָן און זיא איז אנדערס פון דער ערסטער דעימיט
דער קייבעל וואָס פערבינדעט לאָנדאָן מיט ניו־ יאָרק האט דעם 20טען פעברואר געבראכט גרויסע נייעס און פֿרעהליכע בשורות פאר אידען. דיא בשׂורות וואס זיינען געקומען אויף ווייטיג, דאס יעדער וואָרט אין דיא דעפּעשען קען זיין א גאנצע וועלט פאר אידען, ווייל עס האנדעלט זיך אום קיין אנדער זאך, וויא וועגען דיא ישועה פאר אידען, דיא ערלייזונג פון ארץ ישראל און דיא הסכמה פון טערקישען סולטאן צו פערקויפען א היים פאר דעם אידישען פֿאָלק צו דעם גרויסען פיהרער פון דער ציון בעוועגונג און צו דיא פער־ וואלטער פון באראָן דע הירש'ס מיליאָנען, וועלכע זיינען אָרגאניזירט אונטער דעם נאָמען דשואיש קאָלאָניזיישאָן אססאָסיאיישאָן (יק"א). אָבער דיעזע גרויסע נייעס איז געקומען אין ניו־יאָרק דורך קאָ־ רעספּאָנדענטען פון ענגלישע צייטונגען, וועלכע זיינען גאנץ פֿרעמד מיט דער ציון בעוועגונג זיך, און דארום זיינען זייערע קייבעלס עפּעס אונ־ דייטליך.
אבער דיא נאכריכטען זיינען צו וויכטיג פאר אידען, און יעדעס ווארט פון קייבעל קען האבען אזא גרויסע בעדייטונג, דאס קיינער דארף זיך ניט ערלויבען צו מאכען אייגענע פשטים אדער ארויס־געבען אייגענע מיינונגען פיר דיא נייעס. אין אזא וויכטיגער זאך דארף מען איבערגעבען דיא קיי־בעל־דעפעשען וויא זיי קומען און אבווארטען אויף אויספיהרליכע ידיעות, וועלכע וועלן באלד קומען און וועלכע אלעס אויפקלעהרען. פעלשען דעם קלאנג פון שופר של משיח, פערזאלצען מיט מליצה אזא גרויסען קאפיטעל אין אונזער צוויי טויזענד יעהריגען קאמפף פאר א היים איז א פערברעכען זאגאר אין סענסאציאנעלען זשורנאליזמוס. דעם 20טען פעברואר נאכמיטאג האט דיא אסאסיאייטער פרעס געקייבעלט פון לאנדאן אז


