דער שטיללער ענטפער
-א7דער-
דיא „איכה“ פון דיא שטערן, פלומען און שטורם.
איך האָב געפרעגט דיא שטערן, דיא פרינצען דער נאכט, וועלכע שפאצירען ארום אזוי שטילל און פערטראכט : לענט איהר מיר ניט זאָגען, איהר זילבער־ווייסע שטערן, זיינט איהר שטערבליך? וועט איהר אויך חרוב ווערן? זיי האבען מיר געענטפערט מיט א יאמערליכען געוויין : וואָס ?! אויב מיר זיינען אונשטערבליך? אך ניין!!!
אונזער גלאנץ איז וויא אללעס געוואָרן בעשאפען,אויך מיר האבען געזעט פון שטארקען און שוואכען;דאס ליכט וואָס דוא זעהסט האט מען אונז געגעבען,און מיט אונז איז פונקט וויא מיט'ן מענשעניס לעבען.ניין, ניט אייביג וועלען דויערן אונזערע קלאָהרע פארבען—דענן מיר זיפצען גאנץ שטילל : „מיר וועלען שטארבען!“
דיא שטערן אין הימעל, דיא בלומען אויף'ן פעלד, דער גרויסער דיינקער, דער מעכטיגער העלד, דיא אוראלטע בערג און אויך די שטיללע טהאלען, זיי וועלן אללע אין אונענדליכען תהום פאללען! דער טויט וועט זיי פערניכטען וויא אין פעלד דיא גארבען—ווייל דער תהו־ובהו דונערט : „שטארבען, שטארבען!“
„איך וועל שטארבען“, זאגט דער ווילדער שטורם, ווען ער לרעכצט אויף'ן בארג אָדער אויף'ן טהורם, שטארבען איז דאס ליעד פון אללעס וואָס לעבט, וואלסט, שיינט, רעדט, דענקט, בליהט און שוועבט! דאס זאגט אויך דער מענש־צובראָכענער שארבען—ער אלליין שרייבט אין שטויב : „איך מוז שטארבען.“
ג. זעליקאָוויץ.


