ציון'ס הארפע וויינט אויף דר. מאנדעלקערן'ס קבר
ציון'ס הארפע וויינט שוין נעבען א פרישען קבר וואס האט זיך נעשלאסען אין וויען פרייטאג דען 28טען מערץ.דר. שלמה מאנדעלקערן איז נעשטארבען אין וויען, אין עלטער פון 62 יאהר, און יעצט פער־דעקט דער קבר נאך א סטרונע פון ציון'ס אלטע הארפע אין גלות.דר. שלמה מאנדעלקערן איז נעווען איינער פון אונזערע בעסטע העברעאישע פאעטען, וועלכער האט נעוואוסט וויא צו פלעכטען דיא שעהנסטע בלוטען אין דיא שפראך פון דיא נביאים; ער איז אויך נעווען א פרעכטיגער שריפטשטעלער אין רוסיש און דייטש, אויסער דיא אנדערע חכמות וואס ער האט נעשעפט אין דיא אוניווערזיטעטען פון אייראפא.אלס העברעאישער פאעט האט דר. מאנדעלקערן ניט בעלאנגט צו יענעם סטאק אידישע פאעטען וועלכע האבען נעטונקט זייער פעדער אין דעם היסטארישען טינטער טרעהרען פון ירמיה הנביא, וויא יהודה ליב גארדאן און יצחק ראבינאוויטש זיך, דען מאנדעלקערן האט נעשוועבט נאך העכער וויא דיא בערג פון ירושלים: ער האט זיך ניט צופריעדען נעשטעללט מיט אידישע פאטריאטישע שירים אליין — נור זיין פאעטישע מרכבה האט איהם נעפיהרט איבער דער גאנצען וועלט, און זיין פאעזיע אין אונזער אלטע מוטער־שפראך האט אנגעריהרט אלעס וואס איז שעהן, אלעס וואס איז וויטציג. אלעס וואס האט ביי איהם נעפונען חן, האט ער איבערגעגעבען אין דער שפראך פון בן־אמץ וויא א וואהרער ארטיסט.
מיר האבען שוין א טשארטער
וויא מיר האבען פאראויסגעזאגט אין אונזער לעצטען נומער "המכבי" האט דער גאווערנאר אדעל דעם 9טען מערץ אונטערגעשריעבען דעם בילל וואס אינקארפארירט דיא "פעדעריישאן און אמעריקאן זייאניסט". דיעזער בילל איז יעצט בער־סאנט אפיציעל אלס "טשעפטער 102 פון דיא גע־זעצע פון 1902 פון סמייט נויארק." מיר האבען שוין איבערגעגעבען דיא וויכטיגסטע פונקטען פון דעם בילל, אבער צוליב דיא פיעלע נאכפראגען וואס מיר האבען וועגען דיעזען פונקט,


