ציוון'ס יום חרותנו
—אדער—
דער לבנון ווארט אויף אייערע שקלים
עפענט אויף דיא טאשען, קינדער,אונזער ארבייט פאדערט נעלט :שקלים, שקלים—פעהלט אצינדער,אום צו בויען ישראל'ס וועלט !
צו אונזער היים דער נייער —דארף טען קלינגערס זייער פיעל ;יעדעס הילף איז ליעב און טהייער,בריינט אונז נאהענטער צום ציעל
פארווערט ציוון'ס העלדען טרייע,האלט דעם רודער פעסט אין האנד ;פיהרט דיא שיף טיט קרעפטען נייער —ביז צום שעהנען טארנענלאנד !
ס'ציינט זיך ליכט אין שווארצען הימעל,ליכטיג ווערט אין מזרח'זייט ;ס'טאנט, דער איד ערוואכט פון דריטעל,פארווערט, שוועבט דיא שעהנע צייט !
ציוון'ס בערג, דיא אלטע טרוימער,טרוימען פון א פרייהייטס ליעד ;ס'סוד'ען זיך לבנון'ס בוימער :„פארווערט, פארווערט נעהט דער איד !“
ד. גרינבערג (בן ישי).
פארווערט ציוון'ס העלדען טרייע,האלט דעם רודער פעסט אין האנד ;פיהרט דיא שיף טיט קרעפטען נייערביז איהר קומט צום טארנענלאנד !
ס'הערט זיך שוין א „בשורה טובה“ווענען נייעם „יודענשטאאט“ ;וויא דיא טויפ פון נח'ס תיבהבריינגט אונז הערצל יעצט א בלאט !
קלענער ווערט דער שרעקענט שטורם,אונזער האפנונג איז נאנץ גרויס ;ציוון'ס בארג, דער אייפעל טהורם,זעהט פון ווייטען זיך ארויס !
פארווערטס. ציון'ס פריינד געטרייע,פיהרט דיא שיף אין רעכטען וועג ;ס'וועהט א ווינטעל פריש, מחיה,נאהענט זיינען מיר צום ברעג !
וועקט פון שלאף דיא פאסאזשירען,ציינט זיי הערצל'ס פאלמענבלאט !זאנט זיי : ברידער, טריאומפיהרען—קעננען מיר דורך אייער טהאט !


