ריא ים־שירה
—אדער—
א פראגע צו אלע פאעטען.
פאָעטען! איהר קענט לעזען וואונדער־שיין,דיא גאנצע נאטור און איהר אייביגען חן.איהר זאָגט, איהר לעזט סודות אויף גרינע פעלדער,אויף קלאָרע טייכלאך, אויף בערג און וועלדער!איהר לעזט אלהים'ס אונטערשריפט אויף א נעסט פייגעלעך,אויף בלומען און זאָגאר אויף בייבי'ס בלויע אויגעלעך.פאָעטען! האָט איהר אבער אין אייער לידעזאָלכע הייליגע שטרונעס וויא דיא ים־שירה?
פאָעטען! איהר לעוט זאָפיעל אויף מאי און מערץ,אויף ווממער, ווינטער, און אויף דעם מענשען'ס הערץ;איהר לעוט העלדערטהאט אויף טעמפלען, שטראָמען, טהורימס,אויף ים'ען, פעלזענס, דונערס, וואָלקענס און אויף שטורימס!איהר לעוט פיעל אויף ליעבע, איהר לעוט אויף נקמה,איהר לעוט אויף א קום, אויף א קבר, אויף א מלחמה!פאָעטען! האָט איהר אָבער אין אייער לירעזאָלכע געטטליכע שטרונעס וויא דיא ים־שירה!
פאָעטען! נעהט לעוט וויעדער דאס „אָז־ישיר“ נעדיכט,וואו יעדעס וואָרט איז פול גלאנץ, לעבען און ליכט!לעוט דיא „ים־שירה“, משה'ס אונשטערבליכע הארף,וואו יעדער פסוק איז געטטליך, מייסטערהאפט, שארף!אלעס איז טיעף, ווילד, גלאט, הייליג, זיס און ריין —יעדעס וואָרט איז דאָך דיא זעעלע פון פאָעזיע אלליין!ניין, פאָעטען! איהר האָט ניט אין אייער לירע,זאָלכע הארמאָנישע שטרונעס וויא דיא ים־שירה!ג. זעליקאָוויץ.


