נוט—איך זאג „פיעל וועניג ענטשולדיגען“ — וויילמיר האבען ערווארטעט פון טאגעבלאט פיעל מעהרויא א בעמערקונג אויף דיא ענגלישע פיידזש.דאסזעלבע האבען מיר אויך ערווארטעט פון„אבענד־פאסט“ און פון „אידישען זשורנאל“וועלכע האבען נאך ניט באעהרט דעם „המכבי“אפילו מיט איין איינציגע שורה!
וואס זאללען מיר לייקענען? אט דיעזע בענעה־מונג פון דיא טעגליכע פרעסע צום „המכבי“ איז ניט נור זעהר שמערצליך פאר דיא ציון בעווענונג, זאנדערן זיא שאדעט אויך געוואלטיג אונזער עהר־ליכע, פאטריאטישע אידישע און ליטערארישע אונטערנעהמונג. אייער מאנאטליכער זשורנאל וואלט געהאט צעהן מאל אזא צירקוליישען וויא יעצט, ווען דיא אידען וואלטען געוואוסט פון זיין עקזיסטענץ. מיר האפען אז דיעזע שמערצליכע בעמערקונג וועט ניט זיין א קול קורא במדבר, און אונזערע אידישע פאבלישערס פון נויארק וועלן איינזעהן אז זיי דארפען זיך ניט שרעקען פאר דיא קאנקורענץ פון ציון, און דער „לבנון“ שטעהט נאך זיי פארלויפיג ניט אין וועג. . .
.y-1.3
נייע פעראיינען.
דיא פאלגענדע ציוניסטישע פעראיינען זיינען געגרינדעט געווארן לעצטען מאנאט: אין בינגהאמטאן, נויארק, אוהבי ציון, מיט 46 מעמפערס. פרעזידענט מר. היראם מינטץ, סעק-רעטער מר. ס. שערמאן, און טרעזשורער מר. מ. שאפירא.
אין האליאוק, מאסס., הייסט דער נייער ציוניס־טישער פעראיין „לאווערס אוו זייאן“ מיט 25 מעמבערס. דער פרעזידענט איז מר. ג. לעווינסקי, דער סעקרעטער מר. ל. קראמער, און דער טרע־זשורער מר ה. גאלד.
אין שטאדט נויארק—ציון ערווארטעט ליעג—מיט 75 מעמבערס. דער פרעזידענט איז מר. א. קראנשטיין, דער סעקרעטער מר. א. סאנבערג, און דער טרעזשורער מר. דזש. בענדזשאטין. אין פלימויט, מאסס., בני ציון מיט 25 מעמבערס. פרעזידענט ס. ארענטליכער, סעקרעטער, ק. אל־טענהויז, טרעזשורער ק. ס. באסס. אין באסטאן, מאסס., דורשי ציון אנשי ספרד, מיט 25 מעמבערס. פרעזידענט ס. שיינפיין, סע־קרעטער י. נ. בלאוענשטיין, טרעזשורער, נ. פערעלצווייג.
אין גארדנער, מאסס., א א סאסייעטי נער גרינדעט געווארן, אבער עס איז ניט אפיציעל פאר בונדן מיט דיא פערעריישען.
עלטערן האבען געזונגען אין אונזער אלטע נאכעלע מוטטער־שפראך.
* * *
שנים מי יודע? עס זיינען דא צווייערליי ציוניסטען: דיא וואס ריידען און דיא וואס טהוען — דיא וואס טראנען א מאסקע פון ציוניזם און דיא יעניגע וועלכע האבען ציון אין הערצען.
* * *
דיא לעזער וועלן געפינען ווייטער א קורצען בע־ריכט וועגען דעם עקזעקוטיוו קאונסיל מיטינג פון דיא „פעדעריישאן אוו אמעריקאן זיאניסטס“ און וואס עס איז פעשלאסען געווארן צו טהאן פיר דעם איינציגען אידישען מאנאטליכען זשורנאל וואס איהר האלט יעצט אין האנד. דער „המכבי“ קאנקורירט מיט קיין זשארנאנישע בלאט און האט נאך אין זיין קורצע עקזיסטענץ ניט געפיהרט דיא מינדעסטע פאלעמיק מיט דער טעגליכע פרעסע פון דער גהעמא. דאך מווען מיר צום ערשטען מאל זאגען מיט א זיפץ אז דיא טעגליכע אידישע צייטונגען האבען ביז יעצט זעהר שלעכט בעהאנ־דעלט אייער „המכבי“ זייט דיעזע מאנאטשריפט איז ערשיענען, האבען דיא אידישע טעגליכע ציי־טונגען פערשוויגען איהר ערשיינונג, פונקט וויא „המכבי“ וואלט חלילה געווען זייער קאנקורענט, אדער איין אנטיסעמיטישער זשורנאל! קיין ווארט פון לויב אדער קריטיק, קיין בעמערקונג און זא־נאר קיין נאטיץ וועגען א מאנאט־שריפט וואס פרעדיגט אין צוויי שפראך דיא נאכעלע אידעען וואס ווערן דאכצעך אונטערשטיצט פון דיא זעלבע צייטונגען. ווען איינער וועט אמאל שרייפען דיא היסטאריע פון דיא אידישע ליטעראטור אין אמע־ריקא, וועט ער אויף קיין פאל ניט קענען ערקלעה־רען ווארום אייער „המכבי“ איז געשטאנען וויא א ביין אין האלז דיא „פאטריאטישע“ פובלישערס פון דיא דריי פאפולערע טעגליכע אידישע ציי־טונגען.
דיא קריטיק פאלט אבער אויף קיין פאלל אויף דיא רעדאקטערע פון דיעזע אידישע צייטונגען, נור אויף זייערע הערויסגעבער וואס זיינען דיא איינ־ציגע איינענטהימער. דער אידישער טאגעבלאט קען זיך נאך פיעלוועניג ענטשולדיגען אז ער האט כאטש איפערזעצט אויף דיא ענגלישע פיידש איי־ניגע מאל אידישע ארטיקלען און סקיצען פון „המכבי“ און האט יעדעס מאל באטערקט אז דיעזע ענגלישע לעזע־שטאף איז איפערזעצט פון „המכבי“ אידישע אפטהיילונג. מערקט אייך


