נאבעלע אידעע וואס ווערט געפריידיגט יעדע מאנאט אין „המכבי“. איבריגענס, איך האב דיא רעדאקטאר שטעללע אין „המכבי“ ניט געוואלט. איך בין כ"ה פראפ. נור אייער „המכבי“ האט מיר פערלאנגט. פראפ. פעסאר ריטשארד גאטטהייל, פרעזידענט פון דיא פעדעריישאן, שעף־רעדאקטאר פון „המכבי“ און הערר א. ד. מאריסאן עהרען־„סעקרעטער פון אידישע רעדאקציאן, נאכדעם וויא דיא פאריגע רעדאקטערע זיינען יאמערליך דורכגעפאללען אין זייער ליטערארישע אונטערגעהויבן. איך האב אפשר מאריך געווען אביסעל צו פיעל; אבער איך האף אז דיעזער ענטפער ענטהאלט א קליינטע לעקציאן, געמליך: אז עס געפינען זיך נאך ציוניסטען אין אמעריקא צווישען דיא וועלכע טראגען קיינע באטענס, געהען ניט צו פיקניקס און פאהרען ניט אלס דעלעגאטען.
.Y—1.J
ארטיקעל וואס איך האב דאן געשיקט פון פאריז צום המניד „אל מיתרי כנורות ציון“ איז זאגאר אייניגע מאל איבערגעדרוקט געווארן. אין דער זעלבע צייט האב איך דאן מיסענארבייט אין דיא פראנצעזישע וועכענטליכע בלאט Univers Israelite וואו איך האב געגעבען א גאנצע רייהע ארטיקלען איבער דעם אידען'ס פפליכטען צו זיין אלטע היים. זאגאר אייניגע יאהר שפעטער, ווען איך בין נאך אבענטייערן און פון דארט נאך סודאן אלס דאלמעטשער פיר דיא אראבישע שפראך מיט דיא ענגלישע עקספעדיציאן אונטער דיא לייטונג פון לארד וואולסלי — אויך פון דיא שטילע וויסטענעס פון סודאן האב איך געשיקט אנימאציאנס ארטיקלען וועגען ציון, וויא עס איז געוואוסט צו אלע העברעער. זייט איך בין דא אין לאנד וואו אומשטענדען האבען מיר געצוואונגען צו מאכען א לעבען פון זשארגאן אלס רעדאקטאר פון אידישע צייטונגען, האב איך מעהר וויא איין מאל געשריעבען פיר דיא
פראפעסאר סאלאמאן שעכטער
וואס ער האט געמאקהן פיר אידישע וויסענשאפט
רוסישע משכילים אזוי ווייט, אז ער שרייבט אין זיין קאפיטעל איבער נחמן קראכטאל דיעזע ווער־טער: „אלעס וואס דיא משכילים האבען ארויס־געגבען אין העברעאיש דעם 19טע יאהרהונדערט האט כמעט קיין שום ווערטה מיט איין אויסגאמע פון ר' יצחק ערטער'ס „הצופה“
אלזא, מאפו, מרדכי אהרן גינצבורג דיא לע־וועגזאהן־ס, פא. סמלענסקי, י"ל גאדראג ד. וו. האבען נור געמאכט פון פאפיער שמאטעם! !
מערקט אייך גוט, מיר קריטיזירען ניט דעם פראפעסאר וועלכער איז נאך אלעמען דיא ריכטיגע פראפעסאר צו פערשפרייטען אידישע וויסענשאפט אין אמעריקא ; אבער אונזערע צייטונגען דארפען וויס־סען אז אידישע געלעהרזאמקייט איז ניט קיין פע־טענט מעדיצין און ניט קיין קליידער געשעפט מען זאל איבערטייבען צופיעל דיא ריכטיגע גדלות פון א געלעהרטען. וויא וואלטען מיר באוויזען פראפעסאר שעכטער. ווען ער וואלט אויך געווען דער פערפאסער אין ריין העברעאיש פון אזא ריע־זענווערק וויא „מקרא כפשוטו“ פון העררן ארנאלד עהרליך? היינט עהרליך איז א ניויארקער, און ניט איין אידישע בערא האט נאך ביז יעצט אים באוואונגען אפילו א פינפטעל וויא דעם פראפעסאר שעכטער.
שווער, זעהר שווער צו זיין א גדול אין דער שטארט וואו מען וואהנט, ניט אמת?
דעם 17טען אפריל איז אנגעקומען אין ניויארק א גרויסער גאסט. פראפעסאר סאלאמאן שעכ־ טער האט אויפגעגעבען זיין שטעללע פון ראביני־ שע ליטעראטור אין לאנדאנער אוניווערסיטעט און ער איז אנגעקומען אין ניויארק איבערצונעהמען דיא דירעקציאן פון דעם ראבינישען סעמינאר וואס ווערט געבויט אויף 125טען סטריט. אין דיא ענגלישע אבטהיילונג פון דיעזען „המכבי“ וועלן דיא לעזער געפינען גענוג פאקטען וועגען דיעזען ראש ישיבה וועלכער וועט פערשפרייטען אי־ דישע וויסענשאפט אין דער נייען וועלט. מיר זאגען אבער גאנץ הויך דאס וואס פיעלע געלעהרטע אידען דענקען שטיללערהייט אז דיא אידישע פרעסע האט צופיעל איבערטריעבען ווע־ גען פראפעסאר שעכטער, פון וועלכען זיי האבען געמאכט א גרעטץ, א יאסט, א סאלאמאן מונק, אדער א יאזעף דערענבורג. פראפעסאר שעכטער איז שוין 55 יאהר אלט, און אלעס וואס ער האט אונז געליעפערט ביז יעצט אמת וויסענשאפט־ ליכע ארבייט, איז נור זיין אויסגאבע פון „אבות דר' נתן“, ניט מעהר! וואס זאללען מיר שוין זא־ גען פון ר' שלמה באבער וועלכער האט ביז יעצט ארויסגעגעבען 54 מדרשים? דאס ענגלישע ווערק פון פראפעסאר שעכטער Studies of Judaism ענט־ האלט נור „עססייס“, דאס הייסט עס האט ניט מעהר וויא א ליטערארישען ווערטה, אבער קיין היסטאריש וויסענשאפטליכען פונדאמענט. אין דיעזען בוך פערדאמט דער פערפאסער א ל ל ע


